ביידען אנאנסירט סטראטעגיע איבער קאוויד און פארשפרעכט פרעצעדענטלאזע שריט

פרעזידענט ביידען האט אין איינע פון זיינע ערשטע שריט ארויסגעלייגט א ברייטע סטראטעגיע וויאזוי צו באקעמפן דעם קאוויד פאנדעמיע. דער פלאן אנטהאלט צוויי הונדערט בלעטער און נעמט אריין די 1.9 טריליאן דאלערדיגע פלאן וואס ער האט פארשפראכן. און ער האט דערפאר אונטערגעשריבן 12 עקזעקיוטיוו ארדערס.

עס אנטהאלט א צוזאג צו וואקסינירן הונדערט מיליאן אמעריקאנער אין די ערשטע הונדערט טעג – דער פרעזידענט האט דערפאר אקטיוויזירט א ספעציעלע געזעץ וואס רופט זיך ׳נאציאנאלע באשיצונג אקט׳ וואס ערלויבט פאר די רעגירונג צו קאנטראלירן ׳סופליי טשעינס׳ און פארזיכערן אז פאבריקן פראדוצירן די וואקסינען און אזוי אויך באשיצונג קליידער פאר שפיטאל ארבעטער.

אזוי אויך וועט ביידען צוריקשטעלן א קאמיטע אינעם ווייסן הויז צו קאארדינירן די סטראטעגיעס פון אלע פעדעראלע אפטיילונגען ארום ׳קאוויד׳ אריינגערעכנט איבער וויאזוי צו צוריקעפענען שולעס איבער אמעריקע און צושטעלן מער טעסטינג און מאטריאל פאר טיטשערס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל