פרעזידענט-עלעקט ביידען נעמט אויף היימישע פרוי פון בארא פארק פאר זיין אדמינסטראציע

מרת. חנה נויבערגער (קארפונקעל), א היימישע פרוי פון בארא פארק, וואס אויסער וואס זי איז אויפגעוואקסן אין א היים וואס מען טוט רעדן אין די אידישע שפראך, טוט זי שוין ארבעטן אין די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור, די ען-עס-עי, זינט 2010, איז נעכטן געווארן אויפגענומען דורך פרעזידענט-עלעקט דזשאו ביידען צו דינען אלס דעפיוטי נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער אין סייבער-זיכערהייט אין זיין נייע 
נאציאנאלער זיכערהייט קאונסיל.

מרת נויבערגער וועלכע איז געווען די ען-עס-עי דירעקטאר פון סייבער-זיכערהייט זינט 2019, איז געווען פאראנטווארטליך מיטצוטיילן אינפארמאציע מיט אנדערע רעגירונגס אגענטורן, אריינגערעכנט שפיאנאזש אפדעיטס איבער מעגליכע אטאקעס אויפ'ן לאנד.

אין איר נייע פאסטן, וועט זי זיין פאראנטווארטליך צו פירן די סייבער-זיכערהייט אפטייילונג פון די פעדעראלע רעגירונג.

מיט'ן אויפנעמען מרת. נויבערגער, טוט פרעזידענט-עלעקט ביידען ווייזן אז ער נעמט אן סייבער-זיכערהייט אלס אן ערנסטע געפאר פאר אמעריקע, אנדערש ווי פרעזידענט טראמפ וועלכע האט נישט געוואלט אויפנעמען קיינעם פאר די פאסטן.

עטליכע ארבעטערס פון די קאנגרעס זיכערהייט אפטיילונג האבן זיך אויסגעדרוקט אז מרת. נויבערגער'ס פאסטן-העכערונג, וועט זיין א שטארקע פארלוסט פאר די ען-עס-עי, צוליב וואס זיי וועלן פארלירן אזא וויכטיגע דירעקטאר, אבער האבן צוגעלייגט אז איר עקספעריענס איז יעצט גאר וויכטיג פאר די פעדעראלע רעגירונג, ספעציעל נאך די לעצטע גרויסע העקערייען אויף די אמעריקאנער רעגירונג.

(Photo Credit: CSO Online)

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל