סענאט הייבט אן פראצעדור פון באשטעטיגן ביידען׳ס קאבינעט מיטגלידער און פעדעראלע באאמטע

דער סענאט האט אינעם ערשטן טאג פון סעסיע שוין באשטימט 5 ׳הירינגס׳ פאר ביידען באאמטע. פאר היינט זענען באשטימט היריניגס פאר די פאלגנדע (אינטרעסאנט צו באמערקן אז 4 פון זיי זענען אידן):

אנטאני בלינקען אלס סעקערטערי אוו סטעיט – בלינקען איז א באשיידענער מענטש וועלכער האט לאנג-יעריגע ערפארונג אלס דיפלאמאט און האט געדינט אלס דעפיוטי נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער פאר פרעזידענט אבאמא, און האט אויך געשפילט א ראלע אין די קלינטאן אדמיניסטראציע.

דשענעט יעלען אלס טרעזשורי סעקערטארין – יעלען האט געדינט אלס פעדעראלע רעזערוו׳ס פארזיצערין פון 2014 ביז 2018 און איז א וועלט בארימטע עקאנאמיסט. זי האט אין איר ׳הירינג׳ געזאגט אז מען דארף נעמען ׳גרויסע׳ שריט צו ראטעווען די עקאנאמיע.

אלעכאנדרא מעיארקעס אלס היימלאנד זיכערהייט סעקערטאר – מעיארקעס איז א קובאנער איד וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן אין מיאמי. ער האט געדינט אלס הויפט פראקוראר אין קאליפארניע, און אלס הויפט פון אימיגראציע סערוויסעס אונטער פרעזידענט אבאמא.

לויד אויסטין אלס פארטיידיגונגס סעקערטאר – אויסטין איז געווען דער קאמאנדיר פון ׳צענטראל קאמענד׳ אונטער פרעזידענט אבאמא און איז דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער צו דינען אויף דעם פאזיציע.

אווריל העינס אלס שפיאנאזש הויפט – העינס איז באשטימט געווארן אלס דירעקטאר פון ׳נאציאנאלע אינטעליזשענס׳, זי האט געדינט אויף פארשידענע ראלעס אונטער פרעזידענט אבאמא. זי איז אויפגעצויגן געווארן אין ניו יארק אין א רעפארם-אידישע פאמיליע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל