בארא פארק - לאקאלע פאליציי מיט די הילף פון חברה שומרים האבן היינט באוויזן צו ארעסטירן א כוליגאן וועלכע האט לייכט פארוואונדעט א הצלה מעמבער.
די הצלה-וואלענטור איז געזיצן אין זיין אויטא אויף 12'טע עוועניו און 50'טע גאס, ווען די כוליגאן איז צוגעקומען און נאך א לייכטע קריגעריי דערלאנגט א זעץ פאר'ן וואלענטור אין פנים. ווי אנוועזענדע אויפ'ן סצענע זאגן פאר אידישע נייעס, איז די כוליגאן געווען גערעגט איבער א פּארקינג-ספּאַט.
חברה שומרים וואלענטורן זענען גלייך ערשינען צום סצענע, ווי זיי האבן אראפגעהאלטן די כוליגאן ביז ווילאנג די פאליציי איז אנגעקומען, און ארעסטירט דעם גוי.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה