כ"ק אדמו"ר זלמן לייב טייטלבוים - סאטמאר רבי שליט"א איז היינט געווארן אריינגעפירט דורך זיינע גבאים צו די מאַונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן נאכדעם וואס די רבי איז גע'טעסט געווארן פאזיטיוו צו די קאראנעווירוס.
סאטמאר'ע רבי איז די זונטאג געפארן מנחם אבל זיין אין מאנסי די יתומים פון ר' שרגא שמואל מיללער וועלכע איז נפטר געווארן די פארגאנגענע וואך אין א גאר אינגע עלטער, אויפ'ן וועג אהיים האט ער זיך אפגערעדט אז ער פיהלט זיך נישט גוט, עטליכע שטונדן נאכ'ן גיין נעמען א טעסט, זענען די רעזולטאטן צוריק געקומען אז די רבי איז פאזיטיוו פאר קאראנעווירוס.
כאטש וואס עס איז באריכטעט געווארן צו אידישע נייעס אז די רבי האט נאר מילדע סימפטאמען, האט מען אבער היינט געהערט אז די רבי איז אראפגעפארן צום שפיטאל פאר באהאנדלונג.
-באריכט דורך די אידישע הויפן אפטיילונג
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה