(Photo Credit: Yahoo News)
"מר. פרעזידענט, עס איז צייט צו ענדיגן דעם פינסטערן קאפיטל." הייבט זיך אן די קאלום, "מיר זענען א וואך אוועק פון א גאר וויכטיגע טאג, וועלכע וועט אויסשטעלן די קומענדיגע פיר יאר פון די לאנד. אויף די ערשטע דאנערשטאג פון יאנואר (יאנוואר 5), וועלן זיין צוויי פארמעסטן אין דזשאָרדזשיע, ווי מען וועט באשליסן וועלכע פארטיי וועט פירן די סענאַט, צו וועט דזשאָו ביידען האבן א ביין אין האלדז, אדער א סענאט וועלכע וועט נאכפאלגן זיין אַגענדע."
"אבער צום באדויער, ביזטו אבסעסירט מיט די טאג דערויף, די ערשטע פרייטאג פון נאוועמבער (יאנוואר 6), ווען די קאנגרעס וועט באשטעטיגן די עלעקטאָרעל שטימען. דו האסט געשריבן אויף טוויטער אז ווילאנג די רעפובליקאנער וועלן האבן א שטארקע מוט, וועלן זיי קענען צושטערן די רעזולטאטן און דיר געבן נאך פיר יאר אלס פרעזידענט."
דער שרייבער פונעם אַרטיקל טוט ווייטער אטאקירן טראמפ, "דו טוסט בויען אן אומ'דעמאקראטישע אויפשטאנד. דו האסט פולע רעכט אויסצופארשן די וואלן, אָבער לאז מיר זיין קלאָר: די אויספארשונגען ברענגען גארנישט. אויב מיר נעמען בלויז צוויי ביישפילן: דיין קאמפיין האט באצאלט דריי מיליאן דאלער פאר א ריקאַונט אין צוויי קאַונטיס אין וויסקאַנסין, און האסט געהאט א פארלוסט פון נאך 87 שטימען. דזשאָרדזשיע האט געמאכט צוויי קאונטס, און יעדעס מאל האט דער ציילונג באשטעטיגט די געווינס פאר ביידען. די שטים צעטלעך זענען געציילט געווארן דורך די הענט, וואס באווייזט אז דיינע טענות וועגן די מאשינען וועלכע קומען פון ווענעזועלע אז זיי האבן פארשלעפט די רעזולטאטן, זענען פשוט נישט אמת."
דער ארטיקל באציהט זיך אויך איבער פרעזידענט טראמפס פארבינדונגען, שרייבענדיג "סידני פאַועל איז א משוגענער מענטש, מייקל פלין ברענגט שלעכטע זאכן, ער איז שעדליך" (סידני פאועל איז טראמפ'ס אדוואקאט).
"מיר פארשטייען מיסטער פרעזידענט אז איר זענט בייז אז איר האט פארלוירן, אבער צו פארזעצן אויף דעם וועג פירט צו צושטערונג," ליינט זיך ווייטער דער ארטיקל. "מיר קומען דא אלס א צייטונג וואס האט אייך געשטיצט דורכאויס דיינע צייטן. אויב ווילט איר אנהאלטן דיין איינפלוס, און אויב איר טראכט וועגן א פלאן צוריק צוקומען אין דער צוקונפט, דארפט איר אויפטאן מיט דיין כעס עפעס מער פראָדוקטיוו. הערט אויף טראכטן איבער יאנואר 6, הייבט אן טראכטן וועגן יאנואר 5."
"אויב די רעפובליקאנער דעיוועד פארדא און קעל לאופער וועלן געווינען, וועט דאס נישט לאזן פאר ביידען חרוב מאכן די ארבעט וואס איר האט דערגרייכט. א רעפובליקאנער סענאט קען דרוקן אויף ביידען אז ער זאל נישט צוריקגיין צום אלטן און דורכגעפאלענעם איראנ'ער אפמאך, וועלן אים נישט לאזן עפענען אונזערע גרעניצן און וועט אים נישט לאזן טוישן די סופרים-קאָורט."
"שטעלט אייך פאר א רעגירונג געפירט דורך נענסי פעלאָסי די קאנגרעס, טשאָק שומער די סענאַט, ביידען אין די ווייסע הויז. ווי הויעך וועט די שטייערן זיין? ווי פיל פון דיין ארבעט וועט חרוב גיין? און איבער אייך פריוואט, האלט איר נישט אז זיי וועלן נישט עפענען באזיצלאזע אויספארשונגען אויף דיר אין די קומענדיגע פיר יאר?"
"נעמט דאס אין באטראכט, איר זענט געקומען פון אין ערגעץ נישט כדי צו געווינען די פרעזידענטשאפט, ביזט געווען אויפ׳ן וועג צו זיין אן אדוואקאט, נישט נאנט צו פאליטיק, און איר האָט נישט באלאנגט צו קיין שום פאליטישע זומפ. ביזט ארויס אקעגן די הויכע-קעפ און די מידיא וועלכע האבן שוין לאנג גארנישט מיט דורכשניטליכע ארבעטס-מענטשן און דו האסט געטוישט די גאנצע מהלך ה׳פאליטיק, דאס איז עפעס וואָס ווייניג מענטשן אין די אמעריקאנער געשיכטע קענען זאגן."
"אויב דזשאָרדזשיע וועט פאלן צו די דעמאקראטן, וועט עס זיין שרעקליך, דו וועסט פארלאזן דיין פארטיי אן קיין מאכט, די פארטיי וועט מער נישט זיין אינטערסירט צו הערן צו וואס דו האסט צו זאָגן, אבער וועלן נעמען די קרעדיט פון דייין הצלחה׳דיגע ארבעט פאר זיך."
"די דעמאקראטן וועלן ארבעטן צו פארמעקן דיין נאמען, און צו זיין ריכטיג, ביז דערווייל טוסטו זיי העלפן."
"אפצוהיטן די סענאט, מיינט אפהיטן דיין געדענקעניש, דו מוזט דיך באניצן מיט דיינע וועגן און מיט פיל איינפלוס צו שטיצן די דזשאָרדזשיע קאנדידאטן. יעצט אז מען האלט שוין אין די לעצטע וואך בעפאר די ווידער-וואלן, לייגט אריין אייער קאפ אין די הצלחה פון די סענאט וואלן, און נישט אין דיינע טענות איבער די עלעקשאן."
"אויב דו ווילסט זייער שטארק אויסניצן דיינע לעצטע טעג אינעם ווייסן הויז צו סטראשענען אז דו גייסט אלעס חרוב מאכן, וועסטו אזוי געדענקט ווערן. נישט ווי א רעוואָלוציער נאר ווי אן אנארכיסט וועלכע טוט האלטן שוועבל אין זיין האנט." ע"כ ה'פאוסט.
-באריכט דורך די אידישע נייעס אפטיילונג
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה