דובאי האטעל מענעדזשער: אידן גנב'ענען וואס זיי קענען נאר
(Photo Credit: Jack Morton Worldwide)

טויזענטער ארץ ישראל'דיגע טוריסטן האבן אין די לעצטע מאנאט באזוכט די שטאט דובאי, זינט קאמערציאלע פליגערס האבן אנגעהויבן פליען פון ארץ ישראל צו די יונייטעד אראב עמירעטס. פיל זענען געפלויגן כדי צו קענען אנטלויפן פון די מדינת ישראל'דיגע שטרענגע לאַקדאַונס, אנדערע זענען סתם געווען אינטערסירט צו קומען זעהן די אינטערסאנטע קולטור און אירע מאסיווע סטרוקטורן. אבער ליידער, איז אויך געווען עטליכע טוריסטן וועלכע זענען געקומען צו קענען רויבן זאכן פון זייער האטעל-צימערן, וועלכע האט צוגעברענגט אז האטעל מענעדזשערס זאל זיך אפרעדן און דערנאך זאל עס ווערן העדליינס אין עטליכע נייעס קוועלער
.

די נייעס איז געהערט געווארן פון דער מענעדזשער פון די וועלטס העכסטע געביידע אין דובאי, וועלכע האט זיך אפגערעדט איבער די איזרעיליס וועלכע טוען באראבעווען די האטעל, זאגענדיג: "מיר זענען גאסטגעבער פאר הונדערטער טוריסטן פון אלע לענדער פון ארום דער וועלט, מיר האבן געוויסע וואס שאפן פראבלעמען, אבער מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט בעפאר אז זאכן זאלן גערויבט ווערן."

ווי די מענעדזשער זאגט, ווען די איזרעיליס פארלאזן די האטעל, טוען זיי מיט נעמען אין זייערע רענצלעך וואסער-קעסלעך, קאווע, טיי-בעגס, הענגערס, האנטוכער, עספּרעסאָ מאשינען און אפילו לייט-בּאָלבּס!

עס האט נישט געדוערט לאנג, ביז א באקאנטע ווידעא פראדוצירער, נישט די גרעסטע אידן-ליבהאבער, האט ארויסגעגעבן א ווידעא, זאגענדיג אז פיל אנדערע האטעל מענעדזשערס האבן אים שוין גע'קאָנטאַקט איבער די אלע חפיצים וועלכע זיי האבן שוין געפונען ביי איזרעיליס ווען זיי האבן פארלאזט די האטעל, זאגענדיג "זיי זאלן וויסן, מאכן א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל, מיינט אויפצוגעבן האטעל-אייטעמס צום ערשט, און דאן וועלן זיי איבערנעמען די לאנד..."

די ווידעא, איז געגאנגען וויירעל איבער סאציאלע מידיא, ווי מיליאנען מענטשן זענען געווען שאקירט איבער די גניבה-שטיק. פיל מענטשן האבן ארויסגעלייגט זייערע אייגענע איבערלעבענישן וואס זיי האבן מיטגעהאלטן ווען זיי זענען געווען אין דובאי. מהדי ריזווי, אן אראבישע מענטשן-רעכט אקטעוויסט האט געשריבן אויף די טוויטער פלאטפארמע, אז ער האט שוין מיטגעהאלטן וויאזוי איזרעיליס ווערן אויפגעהאלטן אין די ערשטע-צימער פונעם האטעל, און ווערן אויסגעטאַפט צו מאכן זיכער אז זיי טוען נישט אוועק גיין מיט זאכן וועלכע באלאנגען פאר די האטעל.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל