באריכט דורך לוי מאיער
כאטש איינער איז באריכטעט טויט און עטליכע אנדערע פארוואונדעט נאך א שיסעריי וועלכע איז פארגעקומען אין וויען, עסטרייך נעבן די אידישע געגענט אין בית המדרש.
א זיכערהייט מעסעדזש איז געווארן ארויסגעשיקט צו די אידישע איינוואוינער אין די געגנט אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די גאס, ביז א נאכפאלגענדע מעלדונג.
אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן, אז די שיסער האט געציהלט די אידישע בית המדרש.
-------------
7:00 אפדעיט:
עס איז פארגעקומען 6 שיסערייען אויף באזינדערע ערטער.
די פאליציי האט באשטעטיגט אז די אטאקעס זענען טעראר.
כאטש איינער איז טויט און 16 אנדערע פארוואונדעט.
עס איז פארהאן כאטש 4 טעראריסטן, עטליכע זענען שוין אידענטיפיצירט געווארן.
איין טעראריסט איז שוין געשאסן געווארן צום טויט.
עטליכע משכונות סיטואציעס זענען נאך אקטיוו.
די פאליציי בעט נישט זיך צו דרייען אויף די גאס, און נישט צו ניצן פובליק טראנספארטאציע.
טוויטער האט סוספענדעט די אקאונטס פון די טעראריסטן.
🛑זהירות: נישט פאר שוואכע הערצער
הוסף רשומת תגובה