אידן פון ארום די וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין פאר מלכה בת חנה רחל לרפו"ש, נאך וואס זי איז קריטיש פארוואונדעט געווארן די נאכט ביי אן עקסידענט אין וויליאמסבורג.
אין די ווידעאס, וועלכע איז געווארן אראפגענומען פון עטליכע קאמערעס פון דערנעבנדיגע געשעפטן, זעהט מען ווי אן אומ'אחריות'דיגע דרייווער פארט אריבער מיט א ווילדקייט א רויטע-ליכט אויף בעדפארד עוועניו און דעקאלב עוועניו, אריינפליענדיג אין אן אובער דרייווער וועלכע האט געהאלטן אינמיטן טראנספארטן די היימישע פרוי.
די פרוי האט בשעת די צוזאמשטויס ארויסגעפאלן פונעם קאר-סערוויס, ווי זי איז אומגעפאלן באוואוסטלאז.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה