זענט איר לאנגווייליג פון ביידען? האט איר שוין נישט קיין נערוון צו טראמפ? דאן כאפט א בליק אויף "יואלי", וועלכע לויפט פאר פרעזידענט אויף די "היימישע פארטיי".
האלטענדיג א בלויזע וואך בעפאר די דינסטאג וואס מיליאנען מענטשן קוקן ארויס ווער עס גייט זיין די ביטערע פארלירער פונעם יאר הונדערט (און להבדיל פארקערט...), האבן די פירער פון די אידישע נייעס וועבזייטל דורכגעפירט אן עקסקלוסיווע אונטערוויא מיט די אידישע פרעזידענט קאנדידאט יואלי.
דאס איז נישט ממש עכט, כאטש ווי מען שטייט יעצט. יואלי איז א כאראקטער וועלכע איז געווארן אויפגעבויעט דורך די אקטיאר און קאמעדיאַן "מרדכי ראזענפעלד".
מרדכי ראזענפעלד? ווער איז דאס? מרדכי אדער וויאזוי מען רופט אים "מאָודי" איז געבוירן געווארן אום 1970 אין תל אביב, און האט ביי די זיבן יאר גע'מופט קיין ניו יארק מיט זיין פאמיליע. געלערנט האט ער אין ישיבה אוניווערסיטעט'ס בעלז'ע שולע פון מוזיק, ווי ער האט זיך געלערנט חזנות (שפעטער געווארן חזן אין א שוהל אויף די 6'טע גאס אין מאנהעטן), דאן איז ער געווארן א באנקיר אויף וואל סטריט, איידער ער האט זיך אריינגעלאזט און די עולם ה'קאָמעדיע.
אנגעהויבן פון 1997 האט זיך מאָודי אריינגעלאזט אין די פילמס אינדוסטריע, ווי ער האט געשפילט עטליכע ראלעס און פילמס און ווי אויך אין טעלעוויזיע שאָוס און ווידעא געימס. און יאר 2011 איז ער ארויסגעקומען מיט א קורצע פילם וועלכע איז געווארן געזען דורך עטליכע הונדערט טויזנט מענטשן, ווי צוויי היימישע אידן פון וויליאמסבורג גייען אויף האליוואוד (זעהט פילם). דאס איז אין קורץ מאודי'ס היסטאריע.
יואלי?!? ווי מאודי זאגט פאר אידישע נייעס, טוט אים אלס וויי אז די חסידי'שע ציבור ווערט אלס אנגעקוקט מיט א נעגעטיווע וועג, ספעציעל נאך די טעלעוויזיע שאו וועלכע איז ערשינען היי-יאר (זעהט אויסצוג) איבער אידן פון וויליאמסבורג, וועלכע האט אראפגעלייגט אז מיר אידן זענען ווי א קולט און לעבן אין א לאגער. "איך בין געזיצן אין מיין היים איינגעשפארט צוליב די פענדעמיע, מיט דריי מאנאטן פון דזשאבס און שפילונגען וואס זענען מיר גע'קענסעלט געווארן, האב איך אפגעמאכט אז איך וועל אנהייבן מאכן די וועלט שמייכלען, זינט די עולם זיצט איינגעשפארט אין די היימען מיט אראפגעלאזטע געזיכטער, אדער ליידער ביי פילע קראנקערהייט", זאגט מאודי.
נאכ'ן מאכן ווידעאס פאר עטליכע טעג אונטער'ן קעפל "א ווערטל א טאג" אדער אנדערע סארט קאמפיינס, האט זיך מאודי אריינגעלייגט אין די פאליטישע פארמעסט, און באשאפן די כאראקטער יואלי.
יואלי האט צום ערשט אנגעהויבן ארויסצולייגן קורצע ווידעאס אויף די אינסטעגראם פלאטפארמע וויאזוי זיך צו היטן פון די ווירוס, און פארשידענע עצות פאר די אפעקטירטע. אבער איין טאג איז יואלי ערשינען מיט ברעיקינג ניוז, נעמליך ער לויפט פאר פרעזידענט.
ווי יואלי האט געזאגט אויף זיין ערשטע קאמפיין עד, וועט ער לויפן אונטער די ״היימישע״ פארטיי, וועלכע לויפט מיט די שטרענגע פאלעסי פון ״תמיד בשמחה״. די קאמפיין׳ס שפרעכווארט איז געווארן אראפגעשטעלט אלס די ״אָנפּרעסעדענטעד״, צוליב וואס די כאראקטער איז געבוירן געווארן דורכאויס די ווירוס. ביים אנפרעגן יואלי פארוואס ער רופט נישט זיין קאמפיין מיט א נאמען מער ענליך צו ״קאראנעווירוס״, האט ער געזאגט אז דער לובאביטש׳ער פלעגט אלס זאגן, ״אז מען רופט א ווירוס ביים נאמען, גיבט דאס א שטארקערע כח פאר׳ן ווירוס.
יואלי 2020!
די קאמפיין האט מיט די צייט גע׳עפנט א וועבזייטל ווי איר קענט מיטהאלטן די לעצטע אפדעיטס איבער די קאמפיין, ווי אויך איז פארהאן א געשעפט ווי איר קענט איינקויפן ״יואלי היטלעך״ יואלי טי-שורטס״, און אנדערע אינטערסאנטע קאמפיין פראדוקטן. פילע קאמפיין צעטלעך זענען געווארן ארומגעהאנגען אין די היימישע געגנטער, אריינגערעכנט אין וויליאמסבורג פארענט פון עטליכע בתי מדרשים.
פארענט פונעם סאטמאר'ן בית המדרש ליע גארדענס
עטליכע וואכן צוריק האט יואלי דורכגעפירט אן אפענע אינטערוויא מיט א YNN (יואלי-ניוז-נעטווארק) זשורנאליסט עריק ניימאן איבער אלע פלענער פון יואלי דורכאויס די פרעזידענטשאפט.
ווי יואלי זאגט, האט ער באקומען פילע פידבעק פון זיינע נאכפאלגער וועלכע האבן זיך נישט אויפגעהערט צו באדאנקן וויאזוי ער האט זיי געמאכט שמייכלען אין זייערע שווערע מאמענטן.
יואלי האט גע'ענדיגט די שמועס מיט אידישע נייעס זאגענדיג, "אם ירצה השם גייען מיר געוואונען די 2020 וואלן, און יא, די כאראקטער וועט ווייטער אנגיין אפילו נאך די וואלן."
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה