אידישע נייעס: באריכט פאר מיטוואך האזינו

פראנקרייך
- די אייפעל-טורעם אין פאריז איז היינט געווארן עוואקואירט נאכדעם וואס איינער האט גערופן די פאליציי זאגענדיג אז ער האט געלייגט א באמבע ביים טורעם און ער גייט דאס אויפרייסן. נאך א לענגערע זוכעריי דורך א ספיציעלע פאליצייאישע באמב-סקוואד האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סטראשע איז געווען פאלש.

מדינת ישראל - א נייע סעריע פון קאראנעווירוס גיידליינס וועט צווינגן די נאציאנאלע פראטסעטן צו קומען צו אן אפשטעל, די בתי מדרשים וועט ווערן פארשפארט און וועט נאר ערלויבן סופער-מארקעטס און פארמאסיס צו ארבעטן ווייטער. א באריכט פון די "כּאַן" נייעס קוואל צייגט אז די נייע גיידליינס וועט אויך נישט ערלויבן צו מאכן מנינים אויף די גאסן אום יום כיפור.

מדינת ישראל - די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל דעיוועד פריעדמאן האט היינט געזאגט אז עס וועט לכאורה דויערן זעקס צו זיבן יאר ווילאנג די עמיראטן וועלן באקומען די אמעריקאנער פארגעשריטענע עף-35 קריגס פליגער. דאס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט אויסגעדרוקט זארג איבער די אפמאך מיט די יו-עי-אי צוליב וואס עס וועט אוועק נעמען איר שטארקייט אין די מיטל-מזרח.

ענגלאנד - חברה הצלה ד'לאנדאן האט ארויסגעלייגט א געבעט צו די אידישע געמיינדע אז מען זאל רופן הצלה נאך בעפאר די פאציענט ווערט אין א קריטישע מצב. ווי הצלה זאגט, איז ווי פריער מען רופט, אלס בעסער וועט די רעזולטאטן זיין.

וואשינגטאן - א באריכט פון די וואשינגטאן פאוסט האט אויפגעהויבן היינט פיל אויגן-ברעמען, די באריכט צייגט אז פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו ברענגט יעדעס מאל ווען ער קומט צו וואשינגטאן פולע פעקלעך מיט שמוץ-וועש און בעט די ארבעטערס פונעם "בלעיר-האוז" (די הויז ווי די געסט פונעם ווייסן הויז שטייען איין) צו וואשן זיינע וועש. די באריכט איז שוין עטליכע מאל געהערט געווארן פון ארץ ישראל'דיגע נייעס קוועלער אבער איז יעצט באשטעטיגט געווארן דורך די וואשינגטאן פאוסט.

וואשינגטאן - די דעמאקראטישע פארטיי האט אריינגענומען איבער 200 מיליאן דאלער אין די ערשטע 100 שטונדן נאך וואס ריכטער גינזבורג (די אידישע ריכטער'ן פונעם סופרים-קאורט) איז געשטארבן. דאס קומט אין די צייט וואס די רעכטע און לינקע פארטייען קריגן זיך ארום צו מען זאל שוין אויפנעמען א נייע ריכטער צו ערפילן גינזבורג'ס פאזיציע אדער מען זאל ווארטן ביז נאך די פרעזידענטליכע וואלן.

ניו יארק - די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו.ען. קעלי קרעפט האט געזאגט אז נאך אן אראבישע לאנד וועט אונטערשרייבן א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל אין די קומענדיגע צוויי טעג.

וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט היינט געלאזט פאלן א סטעיטמענט, זאגענדיג אז ער האלט אז די 2020 פרעזידענטליכע וואלן וועט זיך ענדיגן אין די סופרים-קאורט.

ניו יארק - אן אכט יעריג מיידל איז היינט געשאסן געווארן אין איר בויך ווען א כוליגאן האט אריינשפאצירט אין איר היים אין די בראנקס ארום 9 אזייגער צופרי. די מיידל איז געווארן אריינגעפירט אין א דערנעבנדיגע שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. די מאטיוון פונעם שיסער איז אומבאוואוסט.

ניו יארק - העלט-דעפארטמענט טרעקלעך זענען היינט געזען געווארן ארומפארן אין די אידישע געגנטער בעטנדיג אז מען זאל גיין מיט מאסקעס און פארמיידן גרויסע פארזאמלונגען. דאס קומט נאך וואס עס האט זיך פארמערט די צאל קראראנע פעלער אין ניו יארק סיטי ספעציעל ביי די אידישע געמיינדע.

ניו יארק - א ריכטער האט גע'פסק'נט אז פרעזידענט טראמפ'ס זוהן עריק מוז זיך צושטעלן צו א סובפינע צו ערשיינען פארנט פון א געריכט צו ווערן אויסגעפארשט איבער די ניו יארק'ער אויספארשונג אויף די "טראמפ פאמיליע ביזנעס". די ריכטער האט געשריבן אז די געריכט מוז פארקומען נאך בעפאר די 2020 פרעזידענטליכע וואלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל