אידישע נייעס: באריכט פאר דינסטאג האזינו

רוסלאנד
- די רוסישע מיליטער האט געמאלדן אז זי וועט אנהייבן ארבעטן מיט איראן אויפצובויען איר מיליטער נאך וואס די יו-ען נעמט אראפ די וואפן-עמבארגא פון איראן די קומענדיגע מאנאט. רוסלאנד טוט דערמיט א דראסיטישע שריט אפצוטאן אמעריקע, און צייגן אז זי האט נישט מורא פון אמעריקע'ס ווארענונגען און סאנקציעס.

ענגלאנד - פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט היינט אנאנסירט נייע קאראנעווירוס גיידליינס, ווי פאלגענד, יעדער איינער מוז האבן א מאַסק, אפילו רייזענדע אין קאר-סערוויסעס, קונדן און געשעפט-אייגנטומער מוזן גיין מיט מאסקעס אויסער ביים עסן און טרינקן. בלויז 15 מענטשן מעגן זיך באטייליגן ביי חתונות און 30 מענטשן ביי לויות. די שטראף פאר'ן נישט גיין מיט א מאסק, איז ארויף צו 200 יוראס. פרעמיער דזשאנסאן זאגט אז די רעגולאציעס וועלן מעגליך אנהאלטן פאר זעקס מאנאטן. 

לבנון - א מאסיווע אויפרייס האט היינט פארניכטעט א הויז אין דרום לבנון. אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן, אז די הויז וועלכע איז פארניכטעט געווארן איז פארבינדן מיט די כיזבאלא טעראר ארגאניזאציע.

כינע - די סאָציאַלע מידיא עפפ "טיק-טאק" האט געזאגט אז זי האט שוין דאס יאר אראפגענומען פון איר פלאטפארמע איבער 104 מיליאן ווידעאס וועלכע האט געבראכן די גיידליינס פון אירע "טערמס אוו סערוויס".

עמיראטן - א רויטערס באריכט צייגט, אז אמעריקע און די יונייטעד אראב עמירעטס פלאנירן צו פארטיגן אן אפמאך איבער די פארקויפונג פון די נייעסטע אמעריקאנער עף-35 קריגס-פליגערס און די קומענדיגע צוויי וואכן.

וואשינגטאן - די צאל טויטע אין אמעריקע דורך די קאראנעווירוס איז היינט אריבער די 200,000 ציפער, האבענדיג די מערסטע טויטע פון סיי וועלכע אנדערע לאנד.

וואשינגטאן - די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע וועלכע וועט פארקומען קומענדיגע וואך דינסטאג, וועט זיין געבויעט אויף די פאלגענדע טעמעס, סופרים-קאורט, קאראנעווירוס, פראטעסטן, שטימען דורך מעיל און ווי פארשטענדליך די היסטאריע פון די צוויי קאנדידאטן, יעדע איינס פון די דאזיגע טעמעס וועט ווערן דורכגעטאן אין בלויז 15 מינוט.

וואשינגטאן - אין א מעסעדזש צו די דזשענעראל אסעמבלי האט טראמפ געהייסן די יו-ען צו ווערן שטרענג צו כינע פאר'ן פארשפרייטן און דאן ליגנט זאגן איבער די קאראנעווירוס, ווי אויך איבער איר אומ'יושר'דיגע טרעיד אויפפירונג.

ניו העמפשיר - עיר-פארס-טאָ, די פליגער וועלכע פירט די וויצע פרעזידענט האט היינט געמוזט זיך צוריקקערן צו די לופטפעלד נאכ'ן זיך הייבן, צוליב שרעק איבער א פייגל אטאקע וועלכע וועט חרוב מאכן אירע מאטארן.

טענעסי - די דעמאקראטישע סענאטארשע קאנדידאט מארקיטא בראדשא האט היינט גענומען א ריזיקע צו איר לעבן אלס טייל פון איר קאמפיין, גייענדיג סקיי-דייווינג אלס א מעסעדזש צו אירע וויילער אז מען זאל איר געבן געטרוישאפט.

ניו יארק - גאווערנער קאומא האט צוגעלייגט פינף שטאטן צו די ליסטע פון שטאטן וועמענס בירגער האבן נישט קיין אריינטריט צו ניו יארק צוליב וואס די שטאטן האבן צופיהל אנגעשטעקטע מיט'ן ווירוס. די נייע שטאטן זענען, אריזאנע, מיניסאטע, נעוואדא, ראוד איילענד און ווייאמינג. סך הכל זענען 33 שטאטן אויף דער ליסטע, א דריטל אמעריקאנער שטאטן.

אידישע הויפן

בני ברק - א 19 יעריגער אידישע מיידל איז היינט געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל מיט קריטישע וואונדען נאך וואס א בוים איז אראפגעפאלן אויף איר.

עמיראטן -  יו-עי-אי'ס ערשטע כשר'ע ראסטוראנט האט זיך היינט געעפנט אויף די ערשטע שטאק פון די ארמאני האטעל וועלכע איז איינקווארטירט אין דובאי'ס בורדזש חאליפא, די העכסטע געביידע אויף דער וועלט.

וויליאמסבורג - בית המדרש קדושת צבי איז ב"ה געראטעוועט געווארן פון א שווערע אומגליק נאך וואס עטליכע ליכט וועלכע איז געליגן אויף א האלצערנע טיש האט געשאפט א פייער די צווייטע נאכט ראש השנה. די פייער האט געברענט 45 מינוטן בעפאר עס האט זיך אליינס אויסגעלאשן. זעהט ווידעא.


האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל