מדינת ישראל - פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט זיך היינט ארויסגעלאזט צו וואשינגטאן די.סי. אין בעפארברייטונג צום מארגנדיגן צערעמאניע וועלכע וועט פארקומען אינעם ווייסן הויז, ווי מען וועט אונטערשרייבן די שלום-אפמאך צווישן מדינת ישראל און די צוויי מיטל-מזרח לענדער, די יו-עי-אי און באכרעין.

וואשינגטאן - נאך צוויי אראבישע לענדער וועלכע האבן געמאלדן אז זיי וועלן אונטערשרייבן א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל, ווערט באריכטעט אז די טראמפ אדמינסטראציע ארבעט אויף א נייער שלום-פלאן אנצוהייבן דירעקט-פלייטס פון מאראקא צו ארץ ישראל.

אוקראינע - כאטש די פאזיטיווע נייעס פון די פארגאנגענע ענדע וואך אז עס איז פארהאן גרויסע מעגליכקייטן אז א געוויסע צאל אידן וועלן יא קענען פארן היי-יאר צו אומאן, צייגן באריכטן אז די שאנסן זענען גאר שוואכע, און ווי עס קוקט יעצט אויס וועט מען נישט קענען פארן.

כינע - די שטארק וויירעל סאשעל מידיא עפפ "טיק-טאַק" וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיווע ארדער אז עס וועט ווערן פארבאטן צו ניצן אין אמעריקע ביי די ענדע פון נאוועמבער (צוליב וואס טראמפ טענה'ט אז די כינעזער רעגירונג ניצט די עפפ צו קענען זאמלען פריוואטע אינפארמאציע פון מיליאנען ציווילע פון ארום דער וועלט), אויסער אויב אן אמעריקאנער פירמע איז גרייט איר אפצוקויפן, האט היינט געלאזט הערן אז איר מעגליכע אפמאך מיט מייקראָסאָפט איז אראפ פון טיש, און די איינציגסטע אפציע וואס זי האט יעצט איז מיט די טעכנאלאגישע פירמע "ארעקאל".

מדינת ישראל - פרעמיער נתניהו האט די פארגאנגענע פרייטאג אינפארסירט א פרישע לאקדאון וועלכע וועט אנהאלטן פאר כאטש דריי וואכן, אריינציענדיג זיך אין די ימים נוראים. די נייעס האט געצויגן א גאר נעגאטיווע ריספאנד פון די חרדי'שע ציבור אז היתכן ווען די ווירוס איז געווען שטארק ביי די חרדים האט מען נישט געמאכט קיין לאַקדאַון, נאר יעצט ווען עס קומט צו די ימים נוראים און די חרדי'שע ווילן גיין צו זייערע רבי'ס און פאמיליע דאן מאכט מען א לאקדאון. ווי אויך האט מען געהערט פון די מדינת ישראל האַוזינג מיניסטער ר' יעקב ליצמאן אז ער האט רעזיגנירט אלס א פראטעסט אקעגן נתניהו'ס לאַקדאַון.

ניו יארק - געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג וועט געבן איבער 100 מיליאן דאלער צו העלפן די ביידען קאמפיין געוואונען די קריטישע סווינג-סטעיט פלארידע.

קאליפארניע - 2 לאס אנדזשעלעס פאליציי אפיצירן זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן פרייטאג צונאכטס ווען זיי זענען געשאסן געווארן עטליכע מאל אין זייער קאפ. א ווידעא וועלכע איז געווארן אפגעכאפט דורך א דערבייאיגע קאמערע צייגט, וויאזוי א פארשוין מיט טונקעלע קליידער קומט נאנט צו א פאליצייאישע אויטא שלעפט ארויס א ביקס און שיסט עטליכע מאל בעפאר'ן אנטלויפן פונעם סצענע. א מאסיווע זוך אקציע איז געעפנט געווארן צו כאפן די מערדער.

ניו יארק - דאקטוירים אין קראון הייטס האבן ארויסגעשיקט א בריוו שרייבענדיג, אז עלטערע מענטשן העכער 60 און מענטשן מיט אנדערע געזונט-צושטאנדן זאלן זיך נישט דרייען ביי גרויסע פארזאמלונגען צוליב א שטארקע אויפשטייג פון פרישע קאראנע פעלער אין קראון הייטס.

ניו יארק - געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר רודי זשוליאני'ס 34 יעריגער זוהן ענדרו זשוליאני האט געלאזט הערן איבער די וויקענד אז ער טראכט ערנסט פון לויפן פאר ניו יארק סיטי מעיאר אין 2021.

האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" וועבזייטל, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

די "אידישע נייעס" באריכט פאר זונטאג א' סליחות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל