א פרישע אויפדעקונג צייגט אַז א געהיימע מיליטערישע יוניט פון רוסלאַנד, האָט געזוכט צו באַצאָלן פאַר טעראָריסטן וועלכע זאָלן הרג'נען אַמעריקאַנער זעלנער אין אַפגאַניסטאַן. די אויפדעקונג קומט אין א צייט וואָס די טראָמפ אַדמיניסטראַציע האָט זיך געזעצט פאַר היסטאָרישע געשפרעכן מיט רוסלאַנד, צו דיסקוסירן א מעגליכע אָפמאַך איבער נוקלעאַרע וואָפנס. די רוסישע מיליטערישע יוניט האָט געצילט זעלנער וואָס באַלאַנגען צו די אַמעריקאַנער קאָאַליציע, און 20 אַמעריקאַנער זעלנער זענען פאַראַיאָר געשטאָרבן אין אַפגאַניסטאַן, אָבער ס'איז נישט קלאָר וויפיל פון זיי זענען אומגעקומען אין פאַרבינדונג מיט די רוסישע טעראָר שלוחים.

רוסן געצילט זעלנער אין אפגאניסטאן


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל