די דעמאקראטישע פארטיי האט געמאלדן, אז זיי וועלן ווייטער געהעריג דורכפירן דעם קאנווענשאן ווי געפלאנט אין מילוואקי, אבער אויף א קלענערן פארנעם. לויטן פלאן וועט דזשאו ביידען פארן קיין מילוואקי צו אקצעפטירן די פארטיי׳ס נאמינאציע אלס פרעזידענט קאנדידאט, אבער רוב רעדעס וועלן געהערט ווערן דורך ווידעא קאנפערענץ. די פארטיי פירער זאגן אז זיי האבן אויסגעוועלט א קלענערן זאל פאר די קאנווענשאן, און האבן געזאגט אז דעלעגאטן קענען בלייבן אינדערהיים און שיקן זייערע שטימען דורכ'ן קאמפיוטער.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה