וואשינגטאן - עטליכע רעפובליקאנער פיגורן האבן אויסגעדרוקט זארג וויאזוי די 2020 וואלן וועט צוגיין פאר טראמפ.

כאטש וואס רוב די טראמפ שטיצער זענען מענטשן וועלכע האלטן זיך שטארק מיט זייערע שיטות, און ווי אויך צייגן די אנקעטעס אז די אמעריקאנער האבן הנאה וויאזוי טראמפ פירט דאס לאנד מיט דעם קריזיס, איז נאך פארהאן פיל זארג אז טראמפ וועט פארלירן 6 וויכטיגע שטאטן צוליב די ווירוס.

די זעקס שטאטן זענען, מישיגען, פענסילוועניע, וויסקאנסין, פלארידע, אריזאנע און צפון קאראליינע. דאס קומט אין דער צייט, ווען עס הערשט א טומל צווישן די פאלגענדע גאווערנערס, צו מען זאל פאלגן טראמפ און אראפ נעמען די לאַקדאַון, אדער מען זאל ווארטן.

די סיבה דערצו, איינס פון די גרעסטע און וויכטיגסטע טראמפ-קאמפיין סטראטעגיעס, איז די עקאנאמיע און די ארבעטסלאזע ראטע, און די ביידע איז שטארק געפאלן אין די לעצטע 4 וואכן. מישיגען איז ספעציעל שטארק געשלאגן געווארן מיט די ווירוס, האבענדיג מער ווי 31 טויזענט אפעקטירטע פעלער, און א ארבעטסלאזע ראטע פון 21 פראצענט.

עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז אין יאר 2016 האט טראמפ געוואונען די וואלן מיט א שמאלע מערהייט פון ארום 11 טויזענט שטומען.



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

1 תגובות

  1. "ווי אויך צייגן די אנקעטעס אז די אמעריקאנער האבן הנאה וויאזוי טראמפ פירט דאס לאנד מיט דעם קריזיס"

    Polls are mixed at best, RCP Average has him -3 which is unprecedented during a Crisis

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל