"נעכטן נאכט האט אמעריקע געברענגט דער וועלטס נומער 1 טעראריסט צו יוסטיץ, אבו באקאר על באגדאדי איז טויט! באגדאדי איז אריינגעלאפן אין א טונעל ווען ער האט דערזען די אמעריקאנער טרופן, ער האט געשריגן און געווינט פון שרעק, ער איז נישט געווען, און ער איז נישט געשטארבן ווי א העלד, ענק וואלטן געדארפט ווען זעהן ווי ער שטארבט, ער איז געשטארבן ווי א הונט און א פחדן..."

"באגדאדי איז אריינגעלאפן אין דעם טונעל מיט 11 קינדער, און 8 פון די קינדער זענען געווארן ארויסגעכאפט  דורך אמעריקאנער טרופן, און די איבריגע דריי זענען געשטארבן ווען באגדאדי האט זיך אויפגעריסן מיט א זעלבסטמארד וועסטל (וועלכער ער איז אייביג ארומגעגאנגען, אלס שרעט אז די אמעריקאנער וועלן אים כאפן לעבעדיגערהייט און אים פייניגן)"

"מיר האבן נישט געקענט באשטעטיגן נעכטן אז די מיסיע איז געווען א סוקסעספולע צוליב די געפאר איבער די אמעריקאנער טרופן וועלכע זענען נאך געווען אין סיריע, אז זיי וועלן קומען אונטער פייער, ווי אויך האבן מיר נישט איינגעמאלדן פאר רעגירונגס בעאמטע אלס מורא פון ליקערס, די אמעריקאנער רעגירונג האט די מערסטע ליקערס פון יעדע אנדערע רעגירונג אין דער וועלט!"

"מיר פרייען זיך מיט דער מיסיע, און נאכמער אז קיינער פון די אמעריקאנער ארמיי איז נישט פארוואונדעט געווארן ביי דער אטאקע, אויסער איין קעי. 9 הונט..."



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל