ארום א יאר צוריק האט מדינת ישראל אויפגעדעקט אז איראן האלט א סטארעדזש פון נוקלעארע וואפנס אין טורקאזאבאד, דער פלענט איז געווען פארשלייערט אלס א פאבריק צו רייניגן טעפיכער, און די איראנער האבן דאס באלד אויסגערייניגט און פארשווישט די שפורן נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן, אבער דער יו.ען. אטאמישע אגענטור האט באשטעטיגט אז זיי האבן דארט געפונען שפורן פון ראדיאקטיווע מאטריאל.
היינט האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו אויפגעדעקט אז מדינת ישראל האט אויפגעדעקט פרישע נוקלעארע איינריכטונגען אין איראן וואס זי האט באהאלטן פון אינטערנאצינאלע אגענטורן, איינס דערפון אינעם שטאט אבאדעי וואו זיי האבן אויפגעשטעלט א פאבריק צו אנטוויקלן נוקלעארע וואפנס, אבער האבן דאס פארניכטעט נאכדעם וואס זיי האבן פארשטאנען אז מדינת ישראל איז געוואויר געווארן דערוועגן.
דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט דאס געצייגט אלס באווייז אז איראן האט זיך נישט געהאלטן צום נוקלעארן אפמאך און גערופן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע צו פארשטערקערן די דרוק אויף איראן ביז זי גייט איין אויף פולשטענדיגע דע-נוקלעאריזאציע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה