פרעזידענט טראמפ האט היינט געלאנדעט אין לאנדאן פאר א פינף טאגיקע באזוך אין אייראפע, און האט געקריגן א קעניגליכע אויפנאמע אינעם פאלאץ פון די קעניגן פאר אים און זיין דעלעגאציע, און דאן זיך געזעצט פאר א פריוואטע אוידיענץ מיט׳ן קעניגן. ער איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט׳ן ארויסגייענדן פרעמיער מיניסטארשער טערעזע מעי און איבערשמועסן האנדלס אנלעגנהייטן.

ביים פליען אין די לופטן קיין לאנדאן האט דער פרעזידענט זיך געלאזט הערן אויף טוויטער מיט ביליגע אטאקעס קעגן דעם לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן וועלכער האט געשריבן אן ארטיקל און ארויסגעגעבן א ווידעאו אין וועלכע ער רייסט אראפ דעם פרעזידענט זאגנדיג אז זיינע פאליטישע שטעלונגען זענען אין קעגנזאץ צו די ווערדן פון די לאנדאנער באפעלקערונג.

אן אנקעטע וואס איז ארויסגעקומען אין די בריטישע פרעסע צייגט אז בלויז איינס פון פינף בריטישע איינוואוינער זענען מסכים אז די באציאונגען צווישן בריטאניע און אמעריקע זענען נאכאלץ ״ספעציעל״ אזוי ווי אין די פארגאנגענהייט, אבער דער פרעזידענט האט אין א טוויט געשריבן אז ער האפט צו זיין א פריינט פאר בריטאניע און אנקניפן בעסערע באציאונגען אין לויף פון דעם באזוך.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל