ריאד – א פרישע אויפדעקונג צייגט, אז די סאודי אראביע מלוכה האט באוויזן אין דער לעצטער שטיק צייט אויסצוברייטערן איר באליסטישע מיסיל אנטוויקלונג, דורכ'ן שליסן דיעלס מיט כינע און אפקויפן פון זיי פארגעשריטענע וואפנס טעכנאלאגיע און מיסיל דעזיינס.

דאס ווערט אנגעקוקט ווי א דירעקטע בגידה אין סאודי'ס גרויסער שותף און שטיצער, אמעריקע, מיט וועמען סאודי טוט גרויסע געשעפטן און מיליטערישע צוזאמענארבעט איז געגאנגען אונטער אמעריקע'ס רוקן און געשלאסן בונדן מיט כינע, אמעריקע'ס גרויסע און שטארקע קאנקורענץ. לויט'ן באריכט האט די טראמפ אדמיניסטראציע באקומען קלארע באווייזן איבער די געשעפטן צווישן סאודי אראביע און כינע, אבער קאנגרעס האט נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט, ווען די מידיא האט עס אויפגעדעקט. די נייעס ברענגט פרישע זארג איבער כינע'ס אויסגעברייטערטן איינפלוס אויך אינעם מיטל-מזרח, און אן אינערליכע אמעריקאנער דעבאטע איבער אמעריקע'ס רילעישאנשיפ מיט סאודי אראביע וועלכער וועט שוין אזוי אויך אסאך קריטיקירט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל