קאנגרעס מיטגלידער פון ביידע פארטייען ברויזן שטארק אויף די אדמיניסטראציע נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן באהאלטן פון קאנגרעס אינפארמאציע אז סאודי אראביע איז געגאנגען אונטער אמעריקע׳ס רוקן און זיך איינגהאנדלט באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע פון כינע. דאס קומט טראצדעם וואס אין די לעצטע יארן האט אמעריקע פארקויפט פאר סאודי אראביע גאר פארגעשריטענע וואפן אויף צו קאמפענסירן אויף די פאקט אז זיי טארן נישט האבן קיין באליסטישע מיסילס אונטער די אמעריקאנער לאנגיעריגע פאליסי קעגן די פארשפרייטונג פון באליסטישע מיסילס אינעם מיטל-מזרח. קאנגרעסלייט האבן נישט געוויסט איבער דעם באליסטישן מיסיל פראגראם פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער, נאר נאכדעם וואס די פרעסע האט פארעפנטליכט סאטעליט בילדער וואס דעקן אויף באליסטישע מיסיל איינריכטונגען וועלכע זענען געבויט געווארן מיט כינעזער טעכנאלאגיע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל