דער ׳סענטראל קאמענד׳ אפטיילונג פונעם אמעריקאנער מיליטער – וואס פארפיגט אויף די אקטיוויטעטן אינעם מיטל מזרח – האט ארויסגעגעבן א ווידעאו אין וועלכע אן איראנער מיליטערישע שיפל דערנענטערט זיך צו א טאנקיר שיף און נעמט אוועק אן איינגעפלאנצטע מינע.

די מיליטער זאגט אז דאס איז א באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די אטאקע, און זיי האבן אוועקגענומען דעם אומאויפגעריסענע מינע כדי נישט צו איבערלאזן קיין שפורן. און אז דאס איז א באווייז אז איראן שטייט אונטער די נעכטיגע אטאקעס אויף צוויי אויל טאנקיר שיפן אינעם פערסישן גאלף.

פרעזידענט טראמפ האט – אין אן אינטערוויו היינט אינדערפרי – געזאגט אז דער ווידעאו איז א קלארע באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די נעכטיגע אטאקע, און האט אנגערופן איראן א ״לאנד פון טעראר״ און צוגעלייגט אז זיי זענען ״אין גרויסע צרות״.

א ווארטזאגער פאר די מיליטער האט געזאגט אז אמעריקע באטראכט וויאזוי צו פארשטערקערן אירע פאטראל קרעפטן אינעם פערסישן גאלף צו באשיצן דעם וואסער וועג פון טעראר, און די אמעריקאנער נעיווי האט שוין ארויסגעשיקט פרישע אנטי-סומבארין פאטראל שיפן אין ליכט פון דעם אינצידענט.

איראן האלט זיך ביי אירס, און לייקענט קאטעגאריש אז זי זאל האבן געשטאנען אונטער די אטאקע, און די יאפאנעזער פירמע וועלכע אפערירט דעם טאנקיר שיף האט אויך אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער דעם ווידעאו זאגנדיג אז זייער אפשאצונג איז אז דער שיף איז אטאקירט געווארן פון א פליעדיגע אביעקט און נישט צוגעטשעפעטע מינעס.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל