זיכערהייט ווידעא האט אפגעכאפט דעם גאנצן אינצידענט, ווי באוואפענטע רויבערס האבן אנגעשלאָגן אַ פּאַריזער צירונג קראָם מיט אידישע אייגענטומער, און אויסגעליידיגט זיינע פאליצעס היינט צופרי.

דער אייגענטומער שמואל חדד איז געווען איז זיין געשעפט, ווען אַ מענטש האט געקלינגען ביים טיר. חדד איז צוגעגאנגען צו די טיר, און די סעקונדע וואס ער האט אריינגעלאָזן דעם פארשוין, איז אַ ביקס געציהלט געווארן צו זיין געזיכט. א צווייטער פארשוין, וואָס האט געטראָגן אַ מאָטאָציקל העלמעט האט זיך אויך אריינגעשטופט אין דעם געשעפט, און די צוויי האבן אומגעווארפן דעם איד צו דער ערד. ער איז געווארן געשלאגן און געשטויסן אין די פּנים און אַקסל און זיי האבן אים געווארנט צו בלייבן אויף דער ערד, ווען די צוויי פארשוינען האבן אנגעהויבן אויסצוליידיגן די פאליצעס.





באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל