ריאד – תימנ'ער האוטי רעבעלן, וועלכע האבן די שטיצע פון איראן, האבן דורכגעפירט א מיסיל באמבארדירונג אויף א לופטפעלד אין דרום סאודי אראביע נעכטן אינדערפרי, פארוואונדענדיג 26 מענטשן. די מיסיל אטאקע קומט אינמיטן אן אנגייענדיגע מלחמה צווישן די האוטי רעבעלן און א מיליטערישע קאאליציע פון עטליכע לענדער אונטער דער אנפירערשאפט פון סאודי אראביע, אין תימן. די באמבארדירונג איז געווען אויפ'ן אבכא לופטפעלד, שאפנדיג שווערע שאדנס אויסער די פילע פארוואונדעטע.
הוסף רשומת תגובה