א פרישע טויש אינעם געזעץ פון האנג קאנג האט געברענגט שטורמישע פראטעסטן פון הונדערטער טויזנטער בירגער אין האנג קאנג וועלכע פארשרייען א פרישע געזעץ וועלכע וועט ערלויבן די אויטאריטעטן אין האנג קאנג צו אויסליפערן אירע בירגער קיין כינע אויב שטייען זיי דארט אויס קלאגעס. די בירגער זענען באזארגט אז דאס איז נאך א שריט צו אויפלעזן די דעמאקראטישע אויטאנאמיע פון וועלכע האנג קאנג געניסט און ברענגט איר א טריט נענטער צו די קאמוניסטישע רעזשים אין כינע. די פראטעסטן זענען באצייכנט געווארן אלס די גרעסטע אין די היסטאריע זינט זי האט באקומען זעלבסשטענדיגקייט מיט דרייסיג יאר צוריק.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל