היינט זענען ווידעראמאל צוויי אויל טאנקיר שיפן – מיט טראנספארטן פון סאודי אראביע קיין יאפאן און אנדערע לענדער -  אטאקירט געווארן אינעם פערסישן גאלף נעבן איראן, א חודש נאכדעם וואס פיר טאנקיר שיפן זענען געשעדיגט געווארן אינעם זעלבן ראיאן. אבער דאסמאל איז די אטאקע געווען ערנסטער און די שיפן זענען ארויף אין פלאמען.

קיין שום רעגירונג אדער גרופע האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט סיי פאר די היינטיגע אטאקע און סיי פאר די אטאקע פאריגע חודש, אבער דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט געזאגט אז עס איז ״כמעט זיכער״ אז איראן שטייט דערונטער.

די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן אין תימן האבן דורכגעפירט ענליכע אטאקעס אויף אויל איינריכטוגנען אין סאודי אראביע, אבער עס איז נישטא קיין באווייזן אז זיי שטייען אונטער די אטאקע, פארט אבער האט א סאודיער ווארטזאגער געזאגט אז די אטאקע איז די אקט פון א ״רעגירונג-געשטיצטע״ טעראר גרופע, אבער האט נישט קלאר דערמאנט איראן.

איראן לייקנט סיי וועלכע פארבינדונג צו די אטאקעס, און דער איראנער אויסערן מיניסטער האט אנגעדייטעט איבער א מעגליכע קאנספיראציע אז די אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך אזעלכע וועלכע האבן אן אינטערעס צו אנזייען א קריזיס, אבער האט נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע לאנד אדער גרופע אויף וועמען ער לייגט דעם פארדאכט.

די אינצידענט ברענגען אן אינטערנאציאנאלע זארג אז דאס קען פירן צו א פולשטענדיגע קריג צווישן סאודי אראביע און איראן, און קומט אין די זעלבע צייט וואס דער יאפאנער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי געפונט זיך אין איראן ארבעט שווער צו בארואיגן די געמיטער און ברענגען א שטילשטאנד.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל