נעכטן האט די אמעריקאנער פעדעראלער פאוסטעל סערוויס אנגעהויבן א פרישע פראגראם פון נוצן אויטאנאמישע טראקס צו טראנספארטירן פאסט אין דריי שטאטן, אלס א פראבע צו מאדערניזירן זייער סיסטעם און אריינברענגען נאך אזעלכע טראקס אין באנוץ איבער גאנץ אמעריקע. דער פראיעקט איז צושטאנד געקומען א דאנק א קאלאבאראציע צווישן די פאסט סערוויס און א סטארט-אפ פירמע אין קאליפארניע ׳טו-סימפעל׳ וואס שטעלט צו די טראקס, און די ערשטע פראבע ווערט דורכגעפירט אין פיניקס אריזאנע און אין דאלאס טעקסאס. דער פראגראם קען שפארן ריזיגע געלטער פאר די פאסטעל סערוויס, נעמנדיג אין באטראכט אז די טראקס פאר׳ן צומאל עטליכע טעג אין א ציה און עס קאסט גרויסע געלטער צו באצאלן פאר דרייווערס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל