אין נאך א שריט אין די אנגייענדע שטרייט צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און קאנגרעס האט פרעזידענט טראמפ דערקלערט אן עמערדזשענסי אויף צו פארקויפן וואפן אין די ווערד פון ביליאנען פאר סאודי אראביע אן דעם וואס עס זאל דארפן באשטעטיגט ווערן דורך קאנגרעס ווי דאס געזעץ פארלאנגט. סעקערטערי פאמפעאו האט איינגעמאלדן קאנגרעס דערוועגן און געזאגט אז די וואפן אין די ווערד פון איבער אכט ביליאן דאלער איז וויכטיג אויף צו איינצוימען די איינפלוס און אגרעסיע פון איראן אינעם ראיאן. 

קאנגרעס מיטגלידער פון ביידע פארטייען האבן קריטיקירט די שריט זאגנדיג אז דאס איז בלויז אן אויסרייד צו אויסקרויזן קאנגרעס וויבאלד דער פרעזידענט וויל נישט דארפן צוקומען צו קאנגרעס - ספעציעל נאכדעם וואס קאנגרעס האט שוין געשטימט קעגן די מיליטערישע שטיצע פון די טראמפ אדמיניסטראציע פאר סאודי אראביע אין איר מיליטערישע אקציעס אין תימן - און דעמאקראטישע געזעצגעבער האבן געזאגט אז זיי וועלן נעמען לעגאלע שריט דערוועגן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל