אז מען קען נישט הערן מוזיק אין די ימי-הספירה, קען מען כאטש ליינען מוזיק...

שמילו אונגאר

א פרישע שטערן. פריש? יא יא, זיין ערשטע מוזיק-ווידעא "אני מאמין" איז הערשט ארויסגעקומען 4 יאר צוריק.
די "אני מאמין" מוזיק ווידעא

איז לאמיר אביסל צונעמען שמילו, היינט פון די סאמע-גרעסטע חתונה/קאנצערט זינגערס אין אונזער חסידישע מוזיק וועלט. פאר ווער עס האט אויסגעהערט זיין לעצטיג-ערשיינטע אלבום "על הבמה", וועט זיין היפש לייכטער צו פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא.

די פראגע פרעגט זיך וואס האט איהם געמאכט אזוי גרויס? שמילו איז אריין געקומען אינעם עולם הנגינה אלס פרישע אינגערמאן, וואס האט ער זיך צוביסלעך שטארק ארויפגעבויט מיט די פאלגענדע טאלאנטן און אייגנשאפט:
1️⃣ שטארקן שטימע. ער האט א שטימע וואס ברעכט דורך אייזן, אזאנס וואס ברענגט אריין א שטארקע ענערגיע אין זיין זינגען און אין אלע זיינע ארומיגער.
2️⃣ מיט א טעם און א געפיהל. ער זינגט נישט פשוט אפ א ניגון, נאר לייגט אריין א חסיד'ישע געשמאק (הערט צו ווי ער זינגט "קל מסתתר" אדער ווי ער צושרייט זיך ''זיי שרייען טאטע העלף!'') אדער ווען עס פעהלט זיך אויס א ''מאדערנערער'' געשמאק (הערס ווי ער זינגט "ליטל ביט אוו לייט").
3️⃣ הומעריסטיש. אבל הלילה הזה זה זה זה זה זה זה... און מיטאמאהל, שטיל! און נישט לאנג שפעטער: כולנו בשמחה ולנו הלילה... זיין הומער איז עפעס מורא'דיג. און ווען דאס גייט אריין אין צוזאם-ארבעט מיט זיין תמימות-אפנקייט, איז עס וואונדערבאר. הערטס צו אן אינטערוויו מיט איהם אויף קול מבשר, ווי ער צונעמט זיך אליין ווען ער עסט קוגל מיט אנגעשמירטע הענט און ווי ער דערברייטעט זיין געשיכטע ווי זיין וואג איז אראפ. געשמאק. און וואס האט דאס מיט זיין זינגען? דארף ער זיין א בדחן? אט גייען מיר אריבער צום פערטן טאלאנט, וועט איר אביסעל פארשטיין ווי נוצליך עס איז.
4️⃣ מוזיקאליש. גראדע איז דאס נישט עפעס וואו זיין שטארקקייט געפינט זיך. אבער דורך דעם געמיש צוזאמען מיט די אויבענדערמאנטען איז עס וואונדערבאר. נאכדעם ווען ער פלעכט אריין און זיין אויפגעכאפטן ניגון ''לכבוד שבת'', ''ס'קומט שוין באלד שבת!'' הערט אויף זיין נייעם אלבום ווי ער זינגט אדמה "אָף-בּיעט" פאר א מינוט. מען דארף זיין א מומחה דאס אויפצופאסן.
5️⃣ געשמאק. ער האט זייער א גוטן געשמאק. טראץ וואס א גרויס טייל פון די קרעדיט גייט צו שניצלער סטודיאס, איז ער אויך נישט קיין בטלן. ער ווייסט וואס ער וויל. ער האט אריינגעברענגט פארזעענע אלטע טאלאנט, וואו "מי לה' אלי" אדער "כבשה אחת", און נאך אנדערע, און זיי געמאכט צו אויפגעכאפטע סחורה.

און צום שלוס לאמיר פרובירן ארויסצוברענגן די כל-בו צוטיילט אויף אסאך נעמען. זיין שטימע איז שטארק ווי אייזן. זיין הומער איז שנעל ווי ליפא. זיין געשמאק דערמאנט אונז פון אברהם פריעד. זיין געפיהל גיבט אונז די ציפ אין הארץ ווי מרדכי ווערידגער. אלעס צוזאם ברענגט אונז דא א טאלאנט איינס-אין-אסאך שמילו אונגאר.


אנאליז פון אלי' פעלדמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל