האלטנדיג א וואך נאך די שוידערליכע אטאקע אין די חב"ד שוהל אין קאליפארניע, האט פרעזידענט טראמפ געלאדענט די רב פונעם בית המדרש הרב גאלדשטיין צו אן צוזאמקום פאר די אמעריקאנער "נאציאנאלער טאג פון געבעט" אין פארענט פונעם ווייסן הויז. ביי דעם צוזאמקום האט פרעזידענט טראמפ געבעטן פון הרב גאלדשטיין צו זאגן אפאר ווערטער איבער די אטאקע.

הרב גאלדשטיין האט ארומגערעדט איבער די אטאקע, און זיך באדאנקט פאר די פרעזידענט פאר אלעס וואס ער טוט, און ווי אויך האט ער אויפגעברענגט אז די אלטע ליובאוויטשער רבי הר"ר מנחם מענדל שניאורסאהן ז"ל פלעגט אלס קאמפיינען אז מען זאל געבן א מער מאראלישער עדיוקעישאן פאר די אמעריקאנער קינדער, ווי א שטייגער ווען פרעזידענט ניקסאן איז געשאסן געווארן פלעגט ער אלס ווילן אז מען זאל איינפירן צו מאכן א טעגליכע מאמענט פון שטילקייט אין אלע פובליק שולעס. 




באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל