דאס איזאלירטע לאנד צפון קארעא באריכטעט נישט אירע אינערליכע געשעענישן צו די וועלט אבער אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס ווארענען איבער א ערנסטע הונגער קריזיס אין לאנד, און זאגן אז דאס לאנד האט געזען בלויז צוויי אינטשעס רעגן אין די לעצטע האלב יאר, און ארום 40 פראצענט פון די תבואה פעלדער זענען גענצליך טרוקן און פוסט, און די אנדערע זעכציג פראצענט האט אויך געגעבן א שוואכע שניט און קלעקט נישט פאר 25 מיליאן בירגער. די עקאנאמיע איז שוין אזוי אויך גאר שווער און א ערנסטע טרוקעניש קען ברענגען א ערנסטע הונגער און ארגאניזאציעס ווארענען אז דאס קען קאסטן צענדליגע טויזנטער לעבנס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל