דעם פרייטאג וועלן עטליכע סאבוועי ליניעס אנהויבן א פראגראם וואס איז אנאסירט געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק וואס וועט ערלויבן רייזנדע צו אריינגיין אינעם סאבוועי אן קיין מעטרא קארטל נאר דורכ׳ן ברענגען דעם טעלעפאון נאנט צו א סקענער, דער פראגראם וועט עווענטועל אויך ערלויבן צו באצאלן דורך א קרעדיט קארטל וואס פארמאגט א טשיפ דערויף און די פלאן איז אזוי ארום צו עלימינירן דעם געברויך צו ׳סווייפן׳ דעם מעטרא קארטל. דערווייל איז דער פראגראם אינסטאלירט געווארן אויף די 4/5/6 ליניעס אין מאנהעטן, אבער די עם-טי-עי זאגט אז עווענטועל וועט דאס אינסטאלירט ווערן אויף אלע ליניעס און עס וועט פארשנעלערן דאס אריינגיין צו די סאבוועי אין די פארנומענע שטונדן. אן ענליכע סיסטעם עקזיסטירט שוין אין פילע סאבוועיס איבער די וועלט אריינגערעכנט לאנדאן און מאסקווע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל