דער טראמפ-נאמינירטער ריכטער ברעט קאוואנאו האט זיך געשפלינטערט פון זיינע קאנסערוואטיווע קאלעגען אויפ׳ן העכסטן געריכט אין א וויכטיגע אורטייל וואס אנבאלאנגט קאנסומער רעכטן, און קען עווענטועל טוישן די וועג וויאזוי די טעכנאלאגיע אינדוסטרי אפערירט.

דער אנקלאגע קעגן עפל איז געברענגט געווארן דורך אן אייפעד באנוצער וועלכער זאגט אז די פאקט אז מען קען נאר אינסטאלירן אפליקאציעס פונעם ״עפפ סטאר״ וואס געהערט צו עפל, און איז דעריבער א מאנאפאל וויבאלד ער קען נישט אינסטאלירן ביליגערע אפליקאציעס.

א נידריגערע געריכט האט געאורטיילט אז אן אינדיווידועלע באנוצער האט נישט די רעכט צו קלאגן עפל וויבאלד ער איז נישט קיין דירעקטע קאסטומער פון די פירמע, אבער דער העכסטער געריכט האט האט אין אן אורטייל געגעבן דעם רעכטן פאר די קאסטומער צו קלאגן עפל און דאס צוריגעשיקט צו א נידריגערער געריכט.

אויב זאל דער געריכט געבן גערעכט פאר דעם אנקלעגער קען דאס ברענגען דערצו אז נאך פירמעס אזוי ווי עמעזאן און גוגל זאלן אויסשטיין ענליכע קלאגעס און עס קען עפעקטירן דעם טעכנאלאגיע אינדוסטרי אויף א ברייטן פארנעם.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל