פרעזידענט טראמפ האט היינט פרובירט צו נידערן די טענער און די זארג איבער א קריג מיט איראן וואס קען אויסברעכן יעדע ליאדע מינוט זאגנדיג אז ער זוכט נישט קיין קריג און האפט צו לעזן דעם קאנפליקט מיט איראן אויף א פרידליכע פארנעם.

ער האט געמאכט דעם סטעיטמענט פאר א זיצונג מיט׳ן שווייצער פרעזידענט וועלכער דינט אלס פארמיטלער צווישן אמעריקע און איראן, און לויט באריכטן האט פרעזידענט טראמפ אים געגעבן זיין פריוואטן טעלעפאון נומער אז ער זאל עס איבערגעבן פאר׳ן איראנער פרעזידענט אויב ער וויל זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

גלייכצייטיג האט דער ״ניו יארק טיימס״ אויך באריכטעט אז אין א קאבינעט זיצונג אינעם ווייסן הויז האט פרעזידענט טראמפ זיך קעגנשטעלט די מיטגלידער אין זיין אדמיניסטראציע וועלכע זוכן א שטייפערע שטעלוג, און פארלאנגט צו נידערן די טענער און זיך צוריקהאלטן פון שריט וואס קענען פירן צו א קריג


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל