דער ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן זייער באריכט פאר אלע האסן פארברעכנס וועלכע זענען באריכטעט געווארן פון אנהויב 2019 ביז היינט, און אזוי אויך פון גאנץ 2018. און עס צייגט אז איבער האלב פון אלע האסן פארברעכן זענען געווען געצילט קעגן אידן. פון א טאטאל פון 353 האסן פארברעכנס אין 2018 זענען 186 געווען אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ארויף פון 151 אינצידענטן א יאר פריער. די מערסטע אינצידענטן זענען געמאלדן געווארן אין די אידישע געגענטער פוןם קראון הייטס, וויליאמסבורג און בארא פארק. די ציפערן נעמען אריין אלע פעלער וואס זענען באריכטעט געווארן צו די פאליציי, און בלויז אין 69 פון די פעלער זענען די אטאקירער ארעסטירט געווארן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל