א קאמפליצירטע פאראייניגטע אפעראציע פון אויטאריטעטן אין אמעריקע, בולגאריע, דייטשלאנד, גרוזיע, מאלדאווע און אוקראינע האבן באוויזן צו אפשטעלן א סאפיסטיקירטע נעץ פון אינטערנאציאנאלע פארברעכער וואס האבן זיך באנוצט מיט סייבער אטאקעס צו גנב׳נן איבער הונדערט מיליאן דאלער דורך זיך אריינברעכן אין בענק קאנטעס און גנב׳ן געלט און שפעטער נוצן טעכנאלאגיע צו פארווישן זייערע שפורן.
דער פירער פון די באנדע איז ארעסטירט געווארן אין גרוזיע, און בולגאריע האט אויסגעליפערט נאך א מיטגליד קיין אמעריקע, און נאך צוויי שטייען אויס קלאגעס אין דייטשלאנד, און דערווייל ווערן געזוכט פינף רוסישע בירגער, און עס איז נישט קלאר אויב די רוסישע אויטאריטעטן קאאפערירן מיט די אויספארשונג.
די באנדע האט באוויזן צו בארויבן איבער 100 מיליאן דאלער פון ארום 41 טויזנט קאמפיוטערס, זיי האבן אטאקירט קליינע פירמעס, בענק, וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און רעגירונג אגענטורן. זיי האבן איינגעפלאנצט א גאר סאפיסטיקירטע ווירוס וואס האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו אפערירן אן דעם וואס מען זאל דערשפירן אז מען קומט אונטער אטאקע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה