חברה הצלה פון גרעיטער ניו יארק גאלאפירן פאראויס, מיט די גרינדונג פון א אפציעלע ״אוויאציע איינהייט״, אריינברענגענדיג ״א פליגער אמבאלאנס״ צו שטיין גרייט על כל צרה שלא תבא, אין פאל מ׳ברויך נויטיג צוקומען צו לופט טראנספארט.

די קאנצעפּט איז צושטאנד געקומען דורך די הילף פונעם געטרייען הצלה וואלאנטיר און פראמעדיק ר׳ אליהו ראו (Ely Rowe) פון קווינס (Q8). ער זעלבס איז א פילאט און האט אין זיין אייגענטום עטליכע קלענערע פליגער. ר׳ אליהו האט נארוואס דעזעגנירט איין פליגער אונטער חברה הצלה פון ניו יארק, עס אויסשטאפירט מיט די נויטיגע עקוויפּמענט און לייסענס, צו קענען אפיציעל טראנספארטירן פאציענטן אדער אנדערע מעדעצינישע געברויכן פון איין פלאץ צום צווייטן, ס׳זאל זיך נאר נישט אויספעלן.

ר׳ אליהו האט שוין אינעם פארגאנגענהייט אדורכגעפירט מערערע קריטישע מעדיקאל טראנספארטן מיט זיינע פליגער, אריינגערעכנט א פאל עטליכע יאר צוריק ווי ער האט געמאכט א גרויסע קידוש השם ווען א שווער-פארוואונדערטער פאליציי אפיציר פון א ווייטן סטעיט האט זיך גענויטיגט צו ווערן טראנספארטירט צו א צווייטע געגענט ער זאל קענען באקומען זיין ריכטיגע באהאנדלונג, דער אפיציר׳ס אינשורענס האט אבער אנטזאגט צו דעקן די טראנספער קאסטן. ר׳ אליהו - וואס האט זיך דערוויסט פון די פראבלעם - האט זיך גלייך צוגעכאפט צו די מצוה, זיך אהין געוואנדן און אדורכגעפירט דעם טראנספער גענצליך בחנם, און אזוי געהאלפן ראטעווען יענעמ'ס לעבן. אזוי אויך ביי די פארלאפענע פארפלייצונגען אין יוסטאן טעקסעס, האט ר׳ אליהו איינגעשפאנט א גרופע הצלה וואלאנטירן און צוזאמען אהין אראפגעפארן ארויסהעלפן מיט קריטישע מעדעצינישע טראנספארט. אזוי אויך אין נאך מערערע פעלער.

ווי דערמאנט, האט ער יעצט באשטימט איין פליגער צו דינען די ניו יארקער "עידזש-בעיס". מען האט דאס שיין איבערגעפארבט און אויסשטאפירט, ס׳האט אפיציעל באקומען א אנערקענטע קאוד נאמבער ביי הצלה, און שטייט גרייט 24 שעה א טאג רונדע דעם זייגער על כל צרה שלא תבא.

ר׳ אליהו (רעכטס; לינקס איז זיין זוהן, אויך א הצלה וואלאנטיר) שטייענדיג צופיסענס פון די נייע הצלה פליגער


באריכט פון טשאדעלע באדעלע צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל