א באאמטע אין די סטעיט דעפארטמענט איז ארעסטירט געווארן פאר׳ן פארקויפן געהיימע דאקומענטן פונעם סטעיט דעפארטמענט פאר כינעזער אגענטן. די 63 יעריגע קענדיס קלעיבארן איז איינגעשטעלט אין א הויכע פאזיציע אינעם דעפארטמענט זינט 1999, און האט אין די לעצטע יארן פארקויפט דאקומענטן פאר כינעזער אגענטן אין אויסטויש פאר צענדליגע טויזנטער דאלער. זי האט זיך דערקלערט שולדיג פארנט פון א געריכט אין ווירדזשיניע און שטייט אויס א פראצעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל