ℹ️ וועטער איבערזוכט

אַ געגנט פון הויכע דרוק וועט זיך אָנבויען איבער די געגנט איבערנאַכט און ברענגן זייער איינגענעמע וועטער צושטאנדען מיט מערסטנס קלאָהרע הימלען און קיהלע טעמפּעראַטורן. די נידריגסטע ביינאכט וועט זיין אין די 40'ערס, כמעט ביז 50.

די הויכע דרוק וועט זיך ארויסרוקן צום וואסער אויף דאָנערשטאָג ווען די ווינט דרייט זיך אלס מער דרומית מערבית. א נאסע לופט-מאַסע וועט אָנהייבן אריינצוקומען צו אונזער געגנט פאראויס אַ וואַרימע פראָנט - די פראָנט איז טייל פון אַ גרויסע אַנטוויקלונג וואס קומט פון די וועסט. די ערשטע טראָפּן רעגן פון די סיסטעם וועט ווארשיינליך אנקומען שפּעט דאָנערשטאָג. שויערס וועלן קומען און גיין דורכאויס די שביעי של פסח ביינאַכט.

ווען די סיסטעם וועט זיך דערנענטערן פרייטאג, וועט עס אריינברענגן פרישע נאסקייט, און די רעגן וועט ווערן מער אויסגעשפרייט און קען ווערן שווער אויף פלעצער. די געגנט קען זעהן ביז א דריי-פערטל אינטש רעגן ביז שב"ק\אחש"פ צופרי.

דער רעגן וועט זיך אפשטעל נישט לאנג שפעטער אום שב"ק, און די וועטער וועט זיך אויסטרוקענען מיט אַ קיהלערע און טרוקענערע לופט-מאַסע וואס קומט פון מערב. מער רעגן איז מעגלעך זונטאג, ספּעציעל אין די נאָכמיטאָג שטונדען.

🌐 ניו יאָרק סיטי

היינט ביינאַכט: 🌛 50
דאָנערשטאָג, עריו"ט: 🌤←🚿? 61
שבש"פ ביינאַכט: ☁️\🚿? 52
ערש"ק, שבש"פ בייטאָג: 🌥\🚿\⛈? 63
פרייטאָג נאַכט, אחש"פ: ☁️\🚿\⛈? 50
שב"ק, אחש"פ בייטאָג: ☀️ 62
מוצש"ק ומוציו"ט: ☁️\🌛 49
זונטאָג בייטאָג: 🌤\🚿? 63
זונטאָג ביינאַכט: ☁️\🌛 47
מאָנטאָג בייטאָג: 🌤 60
מאָנטאָג ביינאַכט: ☁️ 48
דינסטאָג בייטאָג: 🌥 61
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️\🚿? 51
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 65

🌐 מאָנסי און קרית יואל

היינט ביינאַכט: 🌛 41
דאָנערשטאָג, עריו"ט: 🌤 63
שבש"פ ביינאַכט: ☁️\🚿 49
ערש"ק, שבש"פ: ☁️\🚿\⛈? 62
פרייטאָג נאַכט, אחש"פ: ☁️\🚿\⛈? 45
שב"ק, אחש"פ בייטאָג: ☀️ 58
מוצש"ק ומוציו"ט: ☁️\🌛 42
זונטאָג בייטאָג: 🌤/🚿? 61
זונטאָג ביינאַכט: ☁️ 42
מאָנטאָג בייטאָג: 🌤 60
מאָנטאָג ביינאַכט: ☁️ 44
דינסטאָג בייטאָג: 🌥 60
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️\🚿? 45
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 63

🌐 לעיקוואָוד

היינט ביינאַכט: 🌛 47
דאָנערשטאָג, עריו"ט: 🌤/🚿? 63
שבש"פ ביינאַכט: ☁️\🚿? 52
ערש"ק, שבש"פ: ☁️\🚿\⛈? 69
פרייטאָג נאַכט, אחש"פ: ☁️\🚿?\⛈? 49
שב"ק, אחש"פ בייטאָג: ☀️ 66
מוצש"ק ומוציו"ט: ☁️\🌛 47
זונטאָג בייטאָג: 🌤\🚿? 69
זונטאָג ביינאַכט: ☁️\🌛\🚿? 46
מאָנטאָג בייטאָג: 🌤 65
מאָנטאָג ביינאַכט: ☁️\🚿? 49
דינסטאָג בייטאָג: 🌥\🚿? 67
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️\🚿? 51
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 69




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל