אמעריקע האט סוספּענדירט טערקיי'ס טייל אין די עף-35 קאמפס עראפלאן פראגראם ביז אַנקאַראַ שטעלט אפ איר באשטעלונג צו קויפן אַ סאָפיסטעקירטע רוסישע לופט פאַרטיידיגונג סיסטעם, האט די פּענטאַגאָן געזאגט מאנטאג. "מיר זענען געווען קלאָר אַז די קויפונג פון די עס-400 איז נישט צוגעגליכן מיט די עף-35", לויט אַ סטעיטמענט פון לוטענאנט קאָלאנעל מייק ענדרוס, אַ דיפענס דעפּאַרטמענט ווארטזאגער. "מיר באַדויערן זייער די יעצטיגע סיטואַציע. . . אָבער די פארטיידיגונג דעפארטמענט נעמט אויסגערעכנטע שריט צו באַשיצן די אינוועסטירונג געמאכט אין אונזערע קריטישע טעכנאָלאָגיע".
דאס איז די מערסטע דירעקטע אמעריקאנער שריט אין אַ פארערגערטע קאָנפליקט מיט טערקיי איבער אירע קויפן פון די רוסישע סיסטעם, וואָס ביידע די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע און נאַטאָ האָבן געזאגט וואָלט קאַמפּראַמיזירט די טעכנאָלאָגיע פון די נייע-גענעראציע סטעלט פייטער.
הוסף רשומת תגובה