פרעזידענט טראמפ האט אין די לעצטע טעג אויפגעברענגט א פלאן צו נאמינירן דעם קאנסערוואטיוון ביזנעסמאן און געוועזענער פרעזידענטליכע קאנדידאט הערמאן קעין פאר א וויכטיגע פאזיציע אין די פעדעראלער רעזערוו אבער א צאל רעפובליקאנער סענאטארן האבן עפנטליך דערקלערט קעגנערשאפט און געזאגט אז זיי וועלן שטימען קעגן אזא נאמינאציע. דאס באשטימען קעין איז א שריט וואס טראמפ זוכט דערמיט צו באקומען מער איינפלוס אויף די פאליסיס פון די פעדעראלער רעזערוו וואס איז זעלבסשעטענדיג פון די אדמיניסטראציע, אבער רעפובליקאנער זענען באזארגט אז דאס וועט שעדיגן די טראדיציאנאלע אומפארטייאישקייט פונעם פעדעראלן רעזערוו.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל