טראץ וואס די מיליטער האט נעכטן אנידערגעזעצט דעם דיקטאטור פון סודאן איז דאס פאלק נישט צופרידן און פראטעסטירן קעגן דעם מיליטערישן הערשאפט זאגנדיג אז זיי ווילן דעמאקראטיע און נישט קיין מיליטערישע רעזשים, און זענען סקעפטיש איבער די נאכאנאנדיגע צוזאגן פון די מיליטערישע פירער אז זיי זענען בלויז אין די מאכט פאר א קורצע צייט און פאשפרעכן א טראנזיציע צו א נייע דעמאקראטישע רעזשים. אזוי אויך פארלאנגען געוויסע סודאנער פראטעסטירער אז מען זאל אויסליפערן דעם געוועזענעם פרעזידענט צום אינטערנאציאנאלע געריכט ווי ער שטייט אויס קלאגעס אויף מענשטן רעכט פארלעצונגען, און איבער דעם מאסן מארד אין דארפור ווי זיין מיליטער האט ערמארדעט איבער 300 טויזנט רעבעלן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה