עטליכע זשורנאליסטן האבן באריכטעט אַז זיי מוטשענען זיך מיט די סעמסאָנג גאַלאַקסי פאָלד, דער ערשטער סמאַרטפאָון וואס לייגט זיך צוזאם אין צוויי געמאכט דורך א גרויסע פאַבריצירער.

די פּראָדוקט האט נאכנישט געלאנדעט אויף די פּאָליצעס, אבער די וואס האבן דערווייל באוויזן צו לייגן זייער האנט אויף די גאַלאַקסי פאָלד, זאגן אז זיי האבן געטראפן דעם סמאַרטפאָון צו זיין א שוואכע קוואַליטעט מיט ערנסטע פּראָבלעמען, אריינגערעכנט פיר מענטשן ביי וועם עס האט זיך אינגאנצן צובראכן צוויי טעג נאכ'ן ארויסנעמען פון איר איינפּאַקונג, און א איינער וואס האט באריכטעט אז עפעס האט זיך אויפגעבלאזן אונטער די סקרין און עווענטועל האט זיך דאס אינגאנצן צעבראכן. עטליכע זאגן אז דאס קומט ווען מען נעמט אראפ די פלאסטישע פילם פון די סקרין (וואס סעמסאָנג רעקאָמענדירט צו לאָזן), אבער אנדערע זאגן אז עס געשעהט אפילו ווען מען נעמט דאס נישט אראפ.

די פירמע עקשנ'ט זיך אז די סקרין איז גענוג שטארק איבערצולעבן 200,000 מאל עפענען און צומאכן, אבער די באנוצערס טענה'ן אז עס צופאלט נאך קוים צוויי טעג. די פּראָדוקט איז פּלאַנירט ארויסצוקומען אפריל 26.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל