דער רוסישער פרעזידענט ווילאדימיר פוטין האט גענומען זיין פלאן צו אקופירן אוקראינע צום נעקסטן שטאפל מיט׳ן ארויסלייגן א פלאן צו שענקן רוסישע פאספארטן פאר יעדער אוקראינער בירגער. פוטין האט געמאלדן דערוועגן ביים אונטערשרייבן א דעקרעט צו שענקן רוסישע בירגערשאפט פאר אוקראינער אין מזרח אוקראינע וואס איז קאנטראלירט דורך פרא-רוסישע סעפעראטיסטן. דער ניי-ערוועלטער אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי האט רעאגירט דערויף זאגנדיג אז אוקראינע וועט שענקן בירגערשאפט פאר אלע רוסן וועלכע זוכן צו אנטלויפן פונעם דעספאטישן רעזשים פון פוטין.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה