פּוילן - א מאָנומענט וואס פאראייביגט די 2,400 אידישע איינוואוינערס פון די שטאָט אַטוואָצק, וואס זענען אומגעבראכט געווארן עקד"ה אין אויגוסט און סעפטעמבער 1942 דורך די פארשאלטענע נאַציס, איז באשמירט געווארן מיט האקנקרייצן. די פארשוועכונג איז אנדעקט געווארן שב"ק, אויף די ארט וואס דינט אויך אלס אַ מאסן קבר פאר די קדושים.

די וואַנדאַליזם איז געמאלדן געווארן צו לאקאלע פּאָליציי, וואס איז אנוועזנד געווען איבער שבת. ווען די פּאָליציי האט פאַרלאזט די סצענע, איז אראפגעקומען אַ לאקאלע גלח, בוגדאַן סאַנקאָווסקי, צוזאַמען מיט די אייגענטומער פון א לאקאלע טשאַפּעל, סלאַוואָמיר מאק, און זיין אָנגעשטעלטער, מאַריען צאַרנעקי, און אפגערייניגט דעם מאָנומענט, און באזייטיגט די האקנקרייצן.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל