די ניו יאָרק טיימס האט זיך אַנטשולדיגט פאַר וואָס זי האט גערופן אַ "אַנטיסעמיטישע פּאָליטישע קאַרטון", א טאג נאכ'ן אַרויסשטעלן אַ נישט-באַדויערנדע נאטיץ אַז זי האט אַראָפּגענומען די קאַרטון.

אין אַ קאַרטון פּובליצירט אין די ניו יאָרק טיימס אינטערנאַציאָנאַלע אויסגאבע דאנערשטאג, טראָגט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ אַ יאַרמולקע, און ווערט געזען אָנהאַלטן אַ "ליעש" שטריקל פאַרבינדן ארום די האַלז פון אַ הונט געמאָלן ווי מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, טראָגענדיג אַ "מגן דוד" האַלזבאַנד. דער קאַרטון האט געברענגט א אויסבראָך דורך פילע, וואס האט געפירט אז די צייטונג האט אַרויסגעגעבן א מעלדונג רופענדיג די בילד אָפענסיוו. "עס איז געווען אַ נישט-דורכגעטראכטע באשלוס דאס צו פּובליצירן", האט די סטעיטמענט דערקלערט. "עס איז זינט אויסגעמעקט געווארן".

אָבער שעות נאכ'ן ווערט פארשריגן פאר'ן זיך נישט אַנטשולדיגען, האט די טיימס ארויסגעגעבן אן אנדערע סטעיטמענט זונטאג, אַנטשולדיגענדיג זיך פאַר די אַנטיסעמיטישע קאַרטון. "מיר זענען טיף סאַרי פאַר די פּובליקאַציע פון ​​אַן אַנטיסעמיטישע פּאָליטישע קאַרטון" האט די טיימס געזאגט. "מיר האָבן אויסגעפאָרשט וויאזוי דאס האט פּאַסירט, און געפונען אז דאָס האט פּאַסירט צוליב א אומריכטיגע פּראָצעס, איין שרייבער האט געארבעט אָהן טויגליכע איבערזוכט דורך א רעדאַקטאָר".





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל