אן אמעריקאנער מוסלעמענער איז ארעסטירט געווארן אין מאנטענע נאכדעם וואס ער האט געזאגט פאר א באהאלטענער אגענט פון די עף-בי-איי אז ער זוכט זיך צו אנשליסן אין אן אייסיס טעראר צעל אין אמעריקע צו דורכפירן אן אטאקע אויף א אידישע בית המדרש אלס נקמה איבער׳ן טעראר אטאקע קעגן א מעטשעט אין ניו זילאנד. דער 21 יעריגער פאביאן אלמעטי איז אן אמעריקאנער בירגער פון ניו יארק מיט אלבעניער בירגערשאפט און עף-בי-איי אגענטן פאלגן אים שוין נאך א לענגערע צייט צוליב פארדאכטן אז ער איז ראדיקאליזירט געווארן און ער איז געפארן קיין מאנטאנא זאגנדיג פאר׳ן עף-בי-איי אינפארמאנט אז דארט איז גרינגער צו איינהאנדלן א גאן אויף צו דורכפירן זיינע פינסטערע פלענער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל