א אידישע פרוי וואס דינט אלס ״פלייט אטענדענט״ אויף אן אל-על פליגער פון ניו יארק קיין תל אביב, איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד נאכ׳ן ווערן אנגעשטעקט אויפ׳ן פליגער פון א רייזנדער וועלכער איז געווען אנגעשעקט מיט מיזעלס. אל-על האט געמאלדן אז זיי האבן ארויסגעשיקט א ווארנונג צו אלע רייזנדע אויף דעם פליגער וועלכע איז ארויסגעפארן פון קענעדי לופטפעלד פאריגע וואך דינסטאג אז זיי זאלן זיין פארזיכטיג, און אויב זיי זעען סימפטאמען זאלן זיי נעמען באלדיגע שריט און זיך דערווייטערן פון עפנטליכע פלעצער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל