א ניו יארקער מאן איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פאר'ן סטראשענען צו מארדן די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון מינעסאטע, אילהאן אמאר.

די אנגעקלאגטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס פעטריק קאַרלינעאָ פון ניו יארק, און לויט וויאזוי די פאליציי גיבט איבער האט ער אנגערופן קאנגרעספרוי אמאר'ס אפיס אין וואשינגטאן צוויי וואכן צוריק, און ווען א איינגעשטעלטער פונעם אפיס האט אויפגעהויבן האט קאַרלינעאָ געשריגען "איר ארבעט פאר'ן מוסולמענישע פארבאנד? פארוואס ארבעט איר פאר איר? זי איז א טעראריסט! כ'וועל אריינלייגן א קויל אין איר קאפ!"

די סטראשע איז איבערגעגעבן געווארן צו די עף.בי.איי., און ער איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענע פרייטאג.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל