בארא פארקער איינוואוינער האבן געמאכט א קידוש השם מיט זיך מאביליזירט נעכטן צו אויפטרייבן צען טויזנט דאלער פאר די פאמיליע פון דעם לאקאלן פאליציי אפיציר מארק עראמענד וואס איז אומגעקומען דעם מיטוואך אין א מאטארביציקעל עקסידענט אויף די וועג צו די ארבעט אינעם בארא פארקער פריסקינט, און איבערגעלאזט אן אלמנה מיט פינף יתומים. דער קאמפיין איז געווען אלס א רעאקציע צו אן הארצלאזער פארשוין וואס האט ארומגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכע ער האט זיך געפרייט אויפ׳ן טויט פונעם פאליציאנט צושרייבנדיג ״לע״נ רבי ישעיה ב״ר משה״ א זאך וואס האט אויפגעברענגט ווייטאג און כעס ביי די לאקאלע פאליציי אגענטורן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה